יואל לאנדא TEAM PAGE
Visit Main Campaign Page$ 155,345
86% OF $180,000 GOAL
Complete
The campaign has been completed
End Date: Thu, March 27, 2025 at 4:00 AM UTC
Donors
Sort By
Donated to:
יואל בערקאוויטשDonated to:
שלמה דוד גרינפעלדDonors
Sort By
ALL DONATIONS ARE DOUBLED
CAMPAIGN MATCHERS
בית המדרש קהל יטב לב סאטמאר – שכונת ווינטשעסטער קרית יואל איז ברייט-באקאנט אלס א הערליכער צענטער לתורה ולתפילה, וואס ווערט געפראוועט מיט א געשמאק און אהבה ואחוה, און געבט א קוואל פון לעבן פאר די גאנצע געגענט.
דאס בית המדרש שטייט שטארק ארויס מיט די דריי עמודי העולם, אנגעהויבן פון 'עבודה', די כח התפילה, מיט א היימישקייט און געשמאק, וואס ווערט אפגעראכטן מיט א געוואלדיגע דערהויבנקייט. נאכדעם קומט די חלק 'התורה', עס איז א הערליכע מקום, וואו אידן זענען קובע עתים לתורה. די חלק 'גמילות חסדים' פעלט בכלל נישט אויס ארויסצוברענגען, ווי יעדער איינער העלפט ארויס דעם אנדערן מיט וואס עס פעלט זיך נאר אויס. עס הערשט ב"ה א געשמאקע אחדות'דיגע אטמאספער.
גומרים ביחד. צוליב די שטארקע וואוקס פונעם געגענט איז מען אריינגעשפרונגען אין א קרן הבנין צו אויפבויען א בית גדול להשם ולתורתו, און מיטן הילף פון דער גאנצער ציבור האט מען בסייעתא דשמיא אויפגעבויט א פראכטפולער היכל בית המדרש כלול בהדרו, וואס איז א היכל רחבת ידים, צו קענען אקאמאדירן דעם גאנצן ציבור, אז מען זאל דאווענען מיט הרחבת הדעת. אזוי אויך איז דאס געבויט געווארן מיט א געוואלדיגע פראכט, בבחינת 'זה קלי ואנוהו, דירה נאה מרחיבה דעתו של אדם. אצינד איז געקומען די צייט צו גיין מחיל אל חיל, און גענצליך פארענדיגן דעם בנין מפואר עד תומה, אריינגערעכנט די מקוה המפואר, היכל הבית מדרש, און אלעס ארום און ארום.
בסייעתא דשמיא קומט אין די יעצטיגע טעג פאר דער וויכטיגער 'גומרים ביחד' קאמפיין, צו פארענדיגן דעם גאנצן בנין ביזן סוף, וואו אלע תומכים ומסייעים וועלן זוכה זיין צו א גלייכער חלק אין די זעלטענע תורה ועבודה וואס וועט פארקומען אין דעם בנין לנצח נצחים. עס איז ערווארטעט אז אחים לדעה וועלן זיך צוכאפן צו דעם גאלדענעם געשעפט, און זיך אנרופן מיט הערליכע סכומים.
עס איז זיכער אז אלע תומכים ומסייעים וועלן געהאלפן ווערן מיט שפע ברכה והצלחה, בני חיי ומזוני רויחי וסייעתא דשמיא, און די זכות וועט מגין זיין אז מען זאל זען הויפענעס אידיש נחת, פון בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות עד ביאת גואל צדק בב"א.