Bikur Cholim Of Kiryas Joel - Mrs. Channa Kahan President

Satmer Bikur Cholim

When we write about Satmar Bikur Cholim of Kiryas Yoel No further explanation is needed!!


Satmar Bikur Cholim of Kiryas Yoel does “our” duties 365 days of the week…


Bikur Cholim “enlightens”, “helps”, and “supports” the sick, those going thru trauma and mother & baby as well,

Bikur Cholim supports those going thru emotional those living in dysfunctional homes and many more that find themselves in need of financial support.

Bikur Cholim assists with financial aid by paying medical bill, they provide warm Meals for elderly & those that are unable to prepare it themselves.

Bikur Cholim enables a mother after giving birth to a child with the most needed help to enable her to resume her regular duties.

Bikur Cholim provides medical advice insurance & emotional support for the sick and their family.

Dear Sisters Brothers of Klal Yisroel

We are all well aware that there is not one family in the entire community of Kiryas Yoel that has not yet received aid in some way or another from this organization.

Thanks to you, our dear family of Klal yisroel, for enabling us to help others. Without your financial support we would have never been able to do this…

However, we are in desperate need of your support. We cannot continue with our services without your emotional and physical support. We must reach out to you in order to be able to stretch out our help to those in need.

We are therefore launching a 36 hour campaign to raise the much needed funds to cover our deficit.

Yes you will help the sick get well

You will mend broken souls thru your support

You will enable a yidishe mama get herself together…

Together we stand to help out every single yid in need

This week Tuesday and Wednesday we will IY”H raise the funds in the amount of $500,000.00

Please my dear brothers and sisters help us help those in need and in this zechus not have to be” the ones in need”

"בראשית ברא" געזונט איז די ערשטע!!!


טייערע ברידער און שוועסטער תחיו

יא! עס רעדט זיך פון "סאטמאר ביקור חולים ד'קרית יואל"!! [קאמענטארן זענען איבעריג...]


"סאטמאר ביקור חולים ד'קרית יואל" איז געגרינדעט געווארן דורך די סאטמאר'ע רעביצין אלטא פיגא טייטלבוים ע"ה, און ווערט אנגעפירט דורך די חשובע מרת ח. כהנא תחי'.


"סאטמאר ביקור חולים ד'קרית יואל" פירט אויס אייערע פליכטן יעדן טאג פון יאהר!

"סאטמאר ביקור חולים ד'קרית יואל" טוט העלפן, שטיצן, און אויפרעכטן: חולי ישראל, קימפעטארנ'ס, טראמא און גייסטיש-נויטבאדערפטיגע, און דיספאנקשעל-שטיבער פון נישט געזונטע עלטערן. - וואס זענען צוגעשמידט צום בעט: אין שטוב, אין שפיטאל, אין ערהוילינג'ס היימען, אין אונזער שכינות און אין די מרחקים.

"סאטמאר ביקור חולים ד'קרית יואל"  איז דא פאר זיי מיט'ן באצאלן די נויטיגע: וויזיט'ן ביי דאקטורים, פסיכיאטארען, און ספעציאליסטן, נוירסעס, מעדיקעל בילס און מעדיקעל-עקוויפמענט'ס, מעדיצינען און געזונט סאפלעמענטן, נאכטמאהלן און שטוב הוצאות, טעראפי'ס, קימפעטארן-אפרוה, און שבתים פאר משפחות.

"סאטמאר ביקור חולים ד'קרית יואל" גיבט זיך אפ מיט: מעדיקעל עדווייז, שאפן אינשורנס וכדו', שטענדיגע באזוכען, און עמאצניאלע הילף, ביכלעך וכדו' פאר די חולים, חיזוק און הדרכה פאר משפחה מיטגלידער.


טייערע ברידער און שוועסטער תחיו:

איר ווייסט גוט, עס איז נישט דא היינט אין גאנץ קרית יואל איין משפחה וואס האט נאך נישט נהנה געווען פון דעם ריזן חסד-נעץ "סאטמאר ביקור חולים ד'קרית יואל"!!

דאס אלעס, און פיל מער(!), איז צו פארדאנקען אייער ביז איצטיגע שטיצע, די געוואלדיגע זכות פון דעם ביז-היינטיגע ריזן חסד-נעץ איז אייער'ס! דער "אוכל פירותיהם בעולם הזה והקרן קיימת לו לעולם הבא" וואס חז"ל זענען מבטיח, איז אייער'ס!!!

אבער, טייערע ברידער און שוועסטער תחיו:

די אחריות אויפ'ן עתיד איז אויך אייער'ס!, דער ריזן-בודזשעט וואס הויערט אויף יחידי סגולה ביי אונז אין שטאט דראעט צו איינברעכן! מיר מוזן האבן אייער באלדיגע, אויסנאמע מסירות-נפש'דיגע תמיכה, צו קענען אפערירן ווייטער דעם מעכטיגע חסד-נעץ!


מיר גייען ארויס מיט א שטורמישע "זעקס און דרייסיג שעה" בליץ-קאמפיין צו שאפן די זאפארט-נויטיגע פאנדן וואס פארלאנגט זיך קריטיש וויכטיג צו דעקן דעם דעפעציט!!! 

"אתה תקום"

יא!  דו וועסט אויפשטעלן א חולה פון בעט!  דו וועסט אויפרעכטן א צוברעכענע שטוב!   דו וועסט אויפהייבן א געפאלענע נפש!

אינאיינעם וועלן מיר בעז"ה שאפן דעם 

קומענדיגע דינסטאג און מיטוואך פרשת אמור הבעל"ט

פינעף הונדערט טויזענט דאלער!!!!

טייערע ברידער און שוועסטער תחיו: קומט אונז אקעגן מיט אויסנאמע מסירות-נפש'דיגע תמיכה צו היילן די חולי עירינו, מען וועט אייך פון הימל באצאלן מיט אויסנאמע געזונטע אריכות ימים ושנים!!! 


time remaining
9 d 18 h
25 m 31

$ 493,333

Goal: $ 500,000

98%